מערכת טאהש
رفتن به کانال در Telegram
בילדער, און באריכטן, איבער נייעס און געשעענישן אין קרית טאהש, די הייליגע מוסדות, ובחצר הקודש.
نمایش بیشتر593
مشترکین
-224 ساعت
-87 روز
-1030 روز
آرشیو پست ها
593
ווייטערדיגע פארשריט ביים אויפבויען דעם בנין המפואר "ישיבה גדולה תורת משולם ד'טאהש" אין ניו יארק
593
תלמידי שיעור ג' בישיבה גדולה אוה"ח ביים זיך צוקוקן וויאזוי מען זאלצט פלייש נאך א פארהער אויף גאנץ הלכות מליחה!
תלמידי שיעור ג' פון ישיבה גדולה אור החיים וועלכע האבן במשך די יאר געלערנט הלכות מליחה, האבן אין די לעצטערע וואכן געהאט א סדר החזרה אויף די גאנצע מקצוע, מיט'ן ציל צוזאמ-נעמען די לימודים כמונח בקופסא מיט א פעסטע שלימות.
די פארלאפענע מאנטאג שלח ביינאכט זענען די תלמידים אריינגעפארן קיין מאנטריאל זיך צו פארהערן די גאנצע מקצוע ביי הרב הגאון רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, וועלכע האט פארהערט די לימודים פאר א לענגערע צייט, און עס האט זיך ב"ה דערקענט די ידיעות ובקיאות אין די מקצוע וועלכע די תלמידים זענען גוט אויסגעקאכט דערין.
שפעטער זענען די תלמידים צוגעפארן צום מרביט בית השחיטה, ווי די משגיח אויפן ארט מוה"ר משה אשר ראזענבערג הי"ו מחשובי תושבי קריתינו הק' ומהורי תלמידי הישיבה, האט צו-געוויזן פאר די תלמידים אלע שיטות און הלכות וועלכע מען האט געלערנט משך די זמן.
