ch
Feedback
מערכת טאהש

מערכת טאהש

前往频道在 Telegram

בילדער, און באריכטן, איבער נייעס און געשעענישן אין קרית טאהש, די הייליגע מוסדות, ובחצר הקודש.

显示更多
593
订阅者
-224 小时
-87
-1030
帖子存档
עבודת עבודה שפתי קודש קונטרס חדש - פרשת מטות-מסעי

גליון באור החיים - פרשת מטות-מסעי תשפ"ו #1133

ווייטערדיגע פארשריט ביים אויפבויען דעם בנין המפואר "ישיבה גדולה תורת משולם ד'טאהש" אין ניו יארק

גליון_קדושת_ביהמ״ד_מברכים_אב_תשפ״ו.pdf9.31 KB

photo content
+2

תלמידי שיעור ג' בישיבה גדולה אוה"ח ביים זיך צוקוקן וויאזוי מען זאלצט פלייש נאך א פארהער אויף גאנץ הלכות מליחה! תלמידי שיעור ג' פון ישיבה גדולה אור החיים וועלכע האבן במשך די יאר געלערנט הלכות מליחה, האבן אין די לעצטערע וואכן געהאט א סדר החזרה אויף די גאנצע מקצוע, מיט'ן ציל צוזאמ-נעמען די לימודים כמונח בקופסא מיט א פעסטע שלימות. די פארלאפענע מאנטאג שלח ביינאכט זענען די תלמידים אריינגעפארן קיין מאנטריאל זיך צו פארהערן די גאנצע מקצוע ביי הרב הגאון רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, וועלכע האט פארהערט די לימודים פאר א לענגערע צייט, און עס האט זיך ב"ה דערקענט די ידיעות ובקיאות אין די מקצוע וועלכע די תלמידים זענען גוט אויסגעקאכט דערין. שפעטער זענען די תלמידים צוגעפארן צום מרביט בית השחיטה, ווי די משגיח אויפן ארט מוה"ר משה אשר ראזענבערג הי"ו מחשובי תושבי קריתינו הק' ומהורי תלמידי הישיבה, האט צו-געוויזן פאר די תלמידים אלע שיטות און הלכות וועלכע מען האט געלערנט משך די זמן.