cookie

Utilizamos cookies para mejorar tu experiencia de navegación. Al hacer clic en "Aceptar todo", aceptas el uso de cookies.

avatar

אידישער ווינקל

‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel

Mostrar más
Publicaciones publicitarias
4 818
Suscriptores
+624 horas
+347 días
+11230 días
Distribuciones de tiempo de publicación

Carga de datos en curso...

Find out who reads your channel

This graph will show you who besides your subscribers reads your channel and learn about other sources of traffic.
Views Sources
Análisis de publicación
MensajesVistas
Acciones
Ver dinámicas
01
מדינת ישראל אויסערן מיניסטעריום האט פארבאטן דער שפאניער קאנסולאט פון דורכפירן סיי וועלכע סערוויסעס פאר איינוואוינער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט. "די וועלכע באלוינען כאמאס און פרובירן אויפשטעלן א פאלעסטינער טעראר לאנד וועלן נישט האבן קיין פארבינדונגען מיט די פאלעסטינער." ▫️אידישער ווינקל ▫️
3470Loading...
02
א הויפן שיך וואס באזוכער האבן איבערגעלאזט אויף דער בארג מירון, אין קאנפראנטאציעס מיט פאליציי אפיצירן וועלכע האבן פארמאכט דעם בארג צוליב כיזבאלא ראקעטן זארג. ▫️אידישער ווינקל ▫️
3550Loading...
03
שפאניע וועט שיקן מיסילס פאר די פאטריאט לופט פארטיידיגונגס סיסטעם און לעפּערד 2A4 טאנקען קיין אוקראינע, אלס טייל פון די הילפס פעקל וואס וועט קאסטן שפאניע ארום 1.23 ביליאן אין פינאנציעלע הילף פאר דעם מלחמה געפלאגטן לאנד, וואס ליידט פון רוסישע אגרעסיעס. ▫️אידישער ווינקל ▫️
3490Loading...
04
די וואשינגטאן פאוסט באריכט אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר ביישטייערער אז ער וועט אפשטעלן פרא פאלעסטינער פראטעסטן און דעפארטירן סטודענטן וואס דרייען איבער. ער האט געזאגט אז ער שטיצט מדינת ישראל'ס רעכטן צו פארזעצן איר קאמפ קעגן טעראר. ▫️אידישער ווינקל ▫️
3530Loading...
05
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו ווערט געזען ליינען א ספר מיט אנווייזונגען וויאזוי צו דורכטראגן שוועריגקייטן אין לעבן פון האדמו"ר מליבאוויטש זצ"ל, דורכאויס א סעסיע אין מדינת ישראל כנסת. ▫️אידישער ווינקל ▫️
8153Loading...
06
די האפן וואס האט געקאסט 320 מיליאן דאלער פאר אמעריקאנער שטייער צאלער, ביי די בארטן פון עזה, האלט אינמיטן איינזינקען אין דער מיטלענדישער ים. ▫️אידישער ווינקל ▫️
9323Loading...
07
די מדינת ישראל פאליציי האבן נעכטן אויסגעפארשט צוויי אפיצירן וועלכע האבן זיך אויפגעפירט מיט ברוטאליטעט צו ציווילע בירגער אין מירון. די אפיצירן זענען באפרייט געווארן אונטער פארשריפטן און באדינונגען. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 1410Loading...
08
אן אומגעווענליכער אינצידענט האט פאסירט אין וועלכע עגיפטישע זעלנער האבן געעפנט פייער אויף מדינת ישראל זעלנער, וועלכע האבן רעאגירט מיט פייער אויף צוריק, איין עגיפטישער זעלנער איז געשטארבן, מדינת ישראל פארשט דער אינצידענט און ביידע זייטן באהאנדלען דעם אינצידענט. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 1220Loading...
09
עטליכע דירעקטע אימפּאקטן פון כיזבאלא מיסילס אין און ארום מירון ווערן באריכטעט, גרויסע ניסים אז קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, נעכטן אזא צייט זענען הונדערטער מענטשן געקראכן אין די וועלדער צו אויסמיידן פאליציי בלאקאדעס. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 0800Loading...
10
אייער וואקאציע, אויסגעפלאנט ביז'ן לעצטן דעטאל. https://wa.link/u4mxak
1 2892Loading...
11
א ריזיגער ל"ג בעומר פייערונג היינט אין וועסלי הילס, מיט א רייכע פראגראם און אונטערהאלטונג פאר הונדערטער קינדער פון מאנסי און די געגנטער ארום. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3210Loading...
12
דריי אמעריקאנער זעלנער זענען פארוואונדעט געווארן נאך וואס טייל פון די הומאניטארישע האפן ביי די בארטן פון עזה האט זיך אפגעטיילט און אוועקגעשווימען, איין פון די זעלנער איז אין אן ערנסטער צושטאנד און ווערט באהאנדלט אין א שפיטאל אין מדינת ישראל. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3950Loading...
13
"עס איז געקומען די צייט צו אויסראטן די פאליציי ברוטאליטעט." דער עקאנאמיע מיניסטער בצלאל סמוטריץ קאמענטירט איבער די געשעענישן אין מירון. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3851Loading...
14
די געביידע פון די צענטראלע זיכערהייט אגענטור אין עזה, איז היינט געווארן אויפגעריסן דורך מדינת ישראל מיליטער. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3410Loading...
15
פינעף אמעריקאנער בירגער ווערן שוין געהאלטן פאר 232 טעג אין עזה. קעיט סיגל. הערש גאלדבערג-פאלין. עדן אלכסנדר. שגיא דקל-חן. אומר נאוטרה. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3081Loading...
16
נאציאנאלע זיכערהייט מיניסטער בן גביר זאגט אז ער האט פארלאנגט ענטפערס אויף די ברוטאלע באהאנדלונג און דער פאליציי אפיציר וואס האט ווילד געשטופט דער עלטערער איד איז געווארן סוספענדירט פון זיין אמט. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3272Loading...
17
פוטעדזש פון גרויזאמע און בארבארישע באהאנדלונג פון משטרה אפיצירן אין מירון קעגן עלטערע לייט, פרויען און יונגע לאזן איבער פראגעס און אויפברויז איבער א קאלטבלוטיגער צוגאנג. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 2881Loading...
18
תל אביב'ס אלארם סיסטעם איז היינט אקטיוויזירט געווארן דאס ערשטע מאל אין ארום פיר מאנאטן נאך וואס ארום 12 ראקעטן זענען געפייערט געווארן פון רפיח, פון א לאקאציע עטליכע הונדערט מעטער פון וואו מדינת ישראל זעלנער געפונען זיך. די ארויסשיס פלאטפארמעס זענען באמבארדירט געווארן. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 2890Loading...
19
א מוסלעמענער מאן באוואפנט מיט א מעסער, שרייענדיג 'אללא אכבאר' האט געשטאכן עטליכע מענטשן אין א מעטרא סטאנציע אין די שטאט ליאן אין פראנקרייך, אמווייניגסטנס צוויי זענען אין אן ערנסטער צושטאנד. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 2440Loading...
20
ריזיגער ל"ג בעומר פייערונג אויף די גאסן פון אוטרעמאנט אין מאנטרעאל, דורך קהל מחזיקי הדת בעלזא. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 4122Loading...
21
מדינת ישראל אויסערן מיניסטעריום האט געמאכט די אמבעסאדארן פון אירלאנד, שפאניע און נארוועי, קוקן די הארצרייסנדע ווידעאס פון אקטאבער זיבן, נאך וואס זייערע לענדער האבן אנערקענט אין פאלעסטינע אלס א לאנד. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 4200Loading...
22
די גאווערמענט פון פאראגוויי אין א דעקלעראציע פארדאמט זי די אורטייל פון דער אינטערנאציאנאלער קרימינאלער געריכט, צו ארויסגעבן ארעסט ווארענטס אויף מדינת ישראל פירערס. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3750Loading...
23
מידיא אגענטורן אין לבנון באריכטן אז די מוטער פון סעקרעטערי גענעראל, כאסאן נאסראלא, איז געשטארבן. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3420Loading...
24
רוסלאנד האט באמבארדירט א הארדוועיר געשעפט אין כארקאוו אוקראינע, אינדערצייט וואס 200 ציווילע איינוואוינער האבן דארט איינגעקויפט. אמווייניגסטנס 2 זענען טויט, 15 פארוואונדעט, און פילע ווערן נאך געזוכט. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3231Loading...
25
די אמעריקאנער טי-עס-עי אגענטור האט געזען א רעקארד פון 2.95 מיליאן פאסאזשירן אין איין טאג, אין ערווארטונג צו די מעמאריעל טאג און דער אנהויב פון די זוממער טרעוול סעזאן. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 2781Loading...
26
נעמט א חלק אין די הוצאות פונעם מעמד האדיר כינוס ל"ג בעומר ווי אלפי ילדי תושבי בארא פארק וועלן זיך צוזאמקומען לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי *קליקט יעצט דא און ווערט געהאלפן מיט ישועות ורפואות בזכות אדונינו בר יוחאי* www.Kinuslagbomer.com
1 3053Loading...
27
ל"ג בעומר פייערונגען אפגעהאלטן דורך טויזענטער בעלזא חסידים אין כיכר בעלזא אין ירושלים. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3062Loading...
28
כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א פירט אן א ריזיגער ל"ג בעומר פייערונג אין זיין קלויז אין ירושלים. דער רבי האט אויך אנגעהאלטן דער מנהג פון צינדן אויפ'ן בארג, מיט א מינימאלער באטייליגונג. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 2972Loading...
29
א מינימאלע צאל פון באטייליגטע אידן פרייען זיך ביים ציון פון רבי שמעון בר יוחאי, אין די טאג פון ל"ג בעומר, אין מירון. מירון שטייט אויס געפארן פון כיזבאלא פייער און איז געווארן איינגעצוימט צוליב זיכערהייט דורך די היים פראנט קאמענד. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 2931Loading...
30
Media files
1 3572Loading...
31
א שווערע מאראסט גליטש האט אומגעברענגט איבער 100 מענטשן אין דאס לענדל פּאפּא ניו גיני. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3551Loading...
32
די אינטערנאציאנאלע קרימינאלער געריכט האט געאורטיילט אז מדינת ישראל דארף אויפהערן איר אפעראציע אין רפיח, נעמענדיג דער זייט פון די כאמאס גרופע, איבער א דעמאקראטישער לאנד וואס באקעמפט טעראר. די אורטייל איז נישט ערווארטעט צו פאקטיש טוישן סיי וואס, אויסער די העדליינס. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3451Loading...
33
איראנער מידיא אגענטורן באשולדיגן אז אידן אין ניו-יארק פייערן אז פרעזידענט איבראהים ראסי איז געשטארבן אין די העליקאפטער קראך, נוצנדיג א ווידעא פון חב"ד חסידים אין קראון הייטס. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3001Loading...
34
די 75-סטע באטאליאן האט לאקירט א טונעל עפענונג אין די דזשאבאליע לאגער אין צפון עזה און יהל"ם קרעפטן זענען אריין אינעווייניג, טרעפנדיג די קערפערס פון נאך דריי משכונות וועלכע זענען נעבעך דערמארדעט געווארן אקטאבער זיבן הי"ד. די קערפערס זענען געברענגט געווארן קיין ארץ ישראל וואו זיי וועלן קומען צו קבר ישראל. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 2640Loading...
35
דער קעניג פון באכרעין האט געבעטן רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין צו ברענגען שלום צווישן מדינת ישראל און כאמאס, באכרעין וויל אז רוסלאנד זאל אראנדזשירן א פרידן קאנפערענץ. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 5261Loading...
36
Apply for a chance to be awarded a full scholarship into our most successful fitness transformation program! $10,500 Program for FREE!!! https://livfitstudios.org/scholarship-application--
1 5050Loading...
37
רפיח, רפיח, רפיח, אוי אוי אוי אוי אוי.... מדינת ישראל זעלנער פון די 931-סטע באטאליאן זינגען איידער אריינגיין אין די טעראר אינפעסטירטע גאסן פון רפיח אין די עזה פאס. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 4996Loading...
38
געוועזענע פרעזידענט קאנדידאטקע פרוי ניקי העילי זאגט אז זי וועט שטימען פאר פרעזידענט טראמפ נאכ'ן פארלירן די רעפובליקאנער פּריימערי. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3801Loading...
39
נתניהו אין די צפון קאמענד הויפטקווארטיר זאגט אז מדינת ישראל טוט אפערירן אן אפשטעל אויך אין די צפון פראנט, "מיר האבן דעטאליזירטע, וויכטיגע און אפילו איבערראשנדע פלענער." ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3320Loading...
40
אונגארן איז דער ערשטער לאנד וועלכע איז א מיטגליד אין די אינטערנאציאנאלע קרימינאלער געריכט אין די האג וואס האט געמאלדן אז אפילו אויב ארעסט ווארענטס ווערן ארויסגעגעבן אויף נתניהו און גאלאנט וועלן זיי דאס נישט אננעמען און נישט אויספירן. ▫️אידישער ווינקל ▫️
1 3381Loading...
Photo unavailableShow in Telegram
מדינת ישראל אויסערן מיניסטעריום האט פארבאטן דער שפאניער קאנסולאט פון דורכפירן סיי וועלכע סערוויסעס פאר איינוואוינער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט. "די וועלכע באלוינען כאמאס און פרובירן אויפשטעלן א פאלעסטינער טעראר לאנד וועלן נישט האבן קיין פארבינדונגען מיט די פאלעסטינער." ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
👍 5
Photo unavailableShow in Telegram
א הויפן שיך וואס באזוכער האבן איבערגעלאזט אויף דער בארג מירון, אין קאנפראנטאציעס מיט פאליציי אפיצירן וועלכע האבן פארמאכט דעם בארג צוליב כיזבאלא ראקעטן זארג. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
👍 2
Photo unavailableShow in Telegram
שפאניע וועט שיקן מיסילס פאר די פאטריאט לופט פארטיידיגונגס סיסטעם און לעפּערד 2A4 טאנקען קיין אוקראינע, אלס טייל פון די הילפס פעקל וואס וועט קאסטן שפאניע ארום 1.23 ביליאן אין פינאנציעלע הילף פאר דעם מלחמה געפלאגטן לאנד, וואס ליידט פון רוסישע אגרעסיעס. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
👍 8👎 1
Photo unavailableShow in Telegram
די וואשינגטאן פאוסט באריכט אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר ביישטייערער אז ער וועט אפשטעלן פרא פאלעסטינער פראטעסטן און דעפארטירן סטודענטן וואס דרייען איבער. ער האט געזאגט אז ער שטיצט מדינת ישראל'ס רעכטן צו פארזעצן איר קאמפ קעגן טעראר. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
12👍 5
Photo unavailableShow in Telegram
מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו ווערט געזען ליינען א ספר מיט אנווייזונגען וויאזוי צו דורכטראגן שוועריגקייטן אין לעבן פון האדמו"ר מליבאוויטש זצ"ל, דורכאויס א סעסיע אין מדינת ישראל כנסת. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
🥰 22👎 11🔥 8🤣 5👍 4😁 1😍 1
00:21
Video unavailableShow in Telegram
די האפן וואס האט געקאסט 320 מיליאן דאלער פאר אמעריקאנער שטייער צאלער, ביי די בארטן פון עזה, האלט אינמיטן איינזינקען אין דער מיטלענדישער ים. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
👏 18😁 13👍 7😇 7😨 5👎 2 1
Photo unavailableShow in Telegram
די מדינת ישראל פאליציי האבן נעכטן אויסגעפארשט צוויי אפיצירן וועלכע האבן זיך אויפגעפירט מיט ברוטאליטעט צו ציווילע בירגער אין מירון. די אפיצירן זענען באפרייט געווארן אונטער פארשריפטן און באדינונגען. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
👎 31👍 2
Photo unavailableShow in Telegram
אן אומגעווענליכער אינצידענט האט פאסירט אין וועלכע עגיפטישע זעלנער האבן געעפנט פייער אויף מדינת ישראל זעלנער, וועלכע האבן רעאגירט מיט פייער אויף צוריק, איין עגיפטישער זעלנער איז געשטארבן, מדינת ישראל פארשט דער אינצידענט און ביידע זייטן באהאנדלען דעם אינצידענט. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
👏 7👍 1🤔 1
00:28
Video unavailableShow in Telegram
עטליכע דירעקטע אימפּאקטן פון כיזבאלא מיסילס אין און ארום מירון ווערן באריכטעט, גרויסע ניסים אז קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, נעכטן אזא צייט זענען הונדערטער מענטשן געקראכן אין די וועלדער צו אויסמיידן פאליציי בלאקאדעס. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
🤣 6😱 3🤯 1
00:19
Video unavailableShow in Telegram
אייער וואקאציע, אויסגעפלאנט ביז'ן לעצטן דעטאל. https://wa.link/u4mxak
Mostrar todo...
3