cookie

Utilizamos cookies para mejorar tu experiencia de navegación. Al hacer clic en "Aceptar todo", aceptas el uso de cookies.

avatar

אידישער ווינקל

‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ. סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel

Mostrar más
Publicaciones publicitarias
4 769
Suscriptores
+624 horas
+477 días
+12430 días

Carga de datos en curso...

Tasa de crecimiento de suscriptores

Carga de datos en curso...

פרישע ביימעלעך וועלן שפראצן אין קיבוץ בארי, טראקטארס פלאנצן איין קערעלעך, אין א שטעטל וואס האט גאר שטארק געליטן פון די כאמאס טעראר אטאקע אום אקטאבער זיבן, א בילד וואס ברענגט האפענונג צו די איינוואוינער אז פרישע לעבנסלוסט וועט שפראצן דא נאך די ביטערע אומגליקן. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
2🔥 1
דראמא אין אינדיע ווען א ריזיגער בילבארד איז געפאלן אויף איבער 100 מענטשן, א מערהייט פון זיי זענען נאך געשטראנדעט דארט און עמערדזשענסי אגענטורן פרובירן זיי באפרייען. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
😱 6
געוועזענער פרעזידענט טראמפ איז פאראויס פון פרעזידענט ביידען אין 5 קריטיש וויכטיגע סווינג שטאטן אין א נייע סעריע אנקעטעס דורך די ניו-יארק-טיימס, סיענע קאלעדזש און די פילאדעלפיע אינקווייערער. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
🔥 10👍 2 1
קאנגרעספרוי מארדזשארי טעילאר גרין זאגט אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט איר געזאגט שטילערהייט אז די צייט וועט מעגליך קומען שפעטער צו באזייטיגן ספיקער מייק דזשאנסאן פון זיין ספיקער אמט. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
👎 3👍 1😁 1
די יוסטיץ דעפּארטמענט האט רעקאמענדירט א 40 יעריגער אורטייל אין טורמע, פאר דעוויד דיפּעפּע, דער פארשוין אנגעקלאגט אין אטאקירן מיט א האמער, פּאול פּעלאסי, דער מאן פון קאנגרעספרוי און געוועזענע ספיקער נענסי פעלאוסי, ביים זיך איינברעכן אין זייער רעזידענץ אין יאר 2022. זיין אורטייל וועט פארקומען פרייטאג. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
👏 2👎 1
מדינת ישראל פרעזידענט יצחק הערצאג איז ערשינען ביי די צערעמאניע אין די טאג וואס מדינת ישראל צייכנט אפ יום הזכרון מיט א צעריסענער העמד, רייסנדיג קריעה, אלס א סימבאל פון א בלוטיגע טרער אין זיין הארץ, אין א יאר פון נאציאנאלע טרויער, די יאר פון אקטאבער זיבן. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
15💔 10👎 4
רוסישע אגרעסיעס קומען צוריק אהיים. א רוסישע אפארטמענט געביידע פאלט איין נאך אוקראינישע אטאקעס אין די שטאט בעלגאראד. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
👍 11🔥 3🆒 3🥱 2
ברעיקינג: רוסישע פארטיידיגונגס מיניסטער סערגיי שויגא [לינקס] איז געווארן אויפגעזאגט פון אמט, און אויף זיין פלאץ האט פרעזידענט פוטין געשטעלט אנדרעי בעלוסאוו. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
👏 5👍 1🥰 1😁 1😱 1
פתח לנו שער בעת נעילת שער האלט מיט לייוו די דערהויבענע מעמד נעילת הילולא אין קערעסטיר 1:15 ניו יארק זייגער אויף דעם לינק https://www.ravlehoishia.org/live שערי שמים פתח ואוצרך הטוב לנו תפתח כי פנה יום
Mostrar todo...
3🔥 1
די געוועזענע יאסיר אראפאט לופטפעלד אין עזה ווערט אטאקירט דורך מדינת ישראל קרעפטן. ▫️אידישער ווינקל ▫️
Mostrar todo...
🔥 10 2👍 1