en
Feedback
אידישע נייעס

אידישע נייעס

Open in Telegram

דא וועט איר באקומען די שנעלסטע אלע נייעס אנטוויקלונגען, און קרישקעלעך, און בילדער פון אלע רעבישע הויפ'ן, קהילות, מוסדות, מהנעשה והנשמע בחצרות הקודש אלעס אונטער איין דאך אריינצושיקן נייעס @YidisheniyesBot

Show more
2 436
Subscribers
No data24 hours
-27 days
-1930 days
Posts Archive
אידישע נייעס | שמחת החתונה פאר אן אייניקל פון האדמו"ר מוויזניץ, הכלה בת בנו הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד. ביל
+9
אידישע נייעס | שמחת החתונה פאר אן אייניקל פון האדמו"ר מוויזניץ, הכלה בת בנו הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד. בילדער: א. אייזענבאך. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | מעמד החופה בשמחת בית וויזניץ. בילדער: א. אייזענבאך. https://t.me/Deevochahblick
+8
אידישע נייעס | מעמד החופה בשמחת בית וויזניץ. בילדער: א. אייזענבאך. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | מעמד קבלת פנים בשמחת בית וויזניץ. בילדער: א. אייזענבאך. https://t.me/Deevochahblick
+5
אידישע נייעס | מעמד קבלת פנים בשמחת בית וויזניץ. בילדער: א. אייזענבאך. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | כי אורך ימים ושנות חיים יוסיפו לו: היינט ח' שבט ווערט אפגעצייכענט ביי חסידי בעלזא די זיבן און זיבעציגסטע יום ה
אידישע נייעס | כי אורך ימים ושנות חיים יוסיפו לו: היינט ח' שבט ווערט אפגעצייכענט ביי חסידי בעלזא די זיבן און זיבעציגסטע יום הבהיר פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. יאריך ימים על ממלכתו. עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | ומרדכ״י יושב בשער המלך: דעם פארגאנגענע דינסטאג איז פארגעקומען א פּראכטפולע אויפנאמע לכבוד האדמו"ר מסאטמאר אין
+5
אידישע נייעס | ומרדכ״י יושב בשער המלך: דעם פארגאנגענע דינסטאג איז פארגעקומען א פּראכטפולע אויפנאמע לכבוד האדמו"ר מסאטמאר אין שטוב פון הנגיד הרב מרדכי צבי רעטעק, וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד קנין זכות פונעם שם הביהמ״ד החדש דקהילת סאטמאר ״נחלת יעקב״ אויף וואלווארט סטריט, אין וויליאמסבורג. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | שמחות בחצרות הקודש: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרב מרדכי טייטלבוים שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע העשיל ראזנער שליט"א מטערצאל, מיט די כלה א טאכטער פון הרב משה אהרן געלדצעהלער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' דניאל געלדצעהלער שליט"א ראש ישיבת אור ישראל, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק לינז שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין תפארת רבקה זאל אין בארא פארק. שמחת בית וויזניץ: היינט קומט פאר די שמחת השבע ברכות פונעם חתן יונגסטע קינד ביי כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון מאנסי, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יהושע פיש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון קייאמישע. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין היכל ישיבה גדולה תורת מרדכי וויזניץ אין בלומינגראוו. היינט קומט פאר די שמחת השבע ברכות פון צוויי אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, לרגל די שמחת החתונה פון די חתן יונגסטע קינד פון בנו הגדול הגה"צ ר' נפתלי אלימלך לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק לאנדאן, און לרגל די שמחת החתונה פון כלה א אייניקל ביים רבינ'ס זון הגה"צ ר' שמעלקא לייזער שליט"א. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין פשעווארסקער בית המדרש אין ירושלים. היינט קומט פאר די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א פון בית שמש, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' יעקב אשר סאפרין שליט"א. - די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד קאמארנא אין בית שמש. הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה: כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכער האט געוויילט די לעצטע דריי וואכן אין כרמל קאליפארניע אויף אפרוה, קערט זיך היינט צוריק למעון קדשו אין שיכון סקווירא, ביינאכט נאך מעריב וועט פארקומען א גרויסע מעמד קבלת פנים אין די גרויסע שאטער אין סקווירא שטעטל. מעמדי קודש: היינט קומט פאר די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע איבערגעבויעטע בית המדרש דק"ק מאחנובקא בעלזא אין וויליאמסבורג, עס קומט פאר אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק בקרב חסידיו. היינט קומט פאר די מעמד כבוד התורה אין ישיבת עול התורה ראחמיסטריווקא אין לעיקוואד, סיום מסכת בבא מציעא און חלוקת פרסים פאר די תלמידי הישיבה, עס קומט פאר אין זאל פון ישיבה קטנה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון לעיקוואד. היינט קומט פאר אן עצרת הספד ככלות השבעה צו די פטירה פון הגה"צ ר' משה צבי זאבערמאן זצ"ל לאנגיעריגער מרביץ תורה אין שטאט בארא פארק, עס קומט פאר אין היכל ישיבת בית מאיר אין בארא פארק. שישו ושמחו בשמחת התורה: היינט קומט פאר די מעמד הכנסת ספר תורה צום סקווירא בית המדרש אין ירושלים, נדבת הנגיד החסיד ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו, עס קומט פאר אין שפיץ פון הגה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. הילולא קדישא: היינט נאכט ט' שבט געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל מב"פ, בנו כ"ק אדמו"ר מסקווירא מב"פ שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט טיש היינט אויפדערנאכט בבית מדרשו אין בארא פארק, און מארגן פארמיטאג ארויפגיין צום ציון הק' אין לאנג איילענד. (JDN) https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך: די פריוואטע פליגער פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מיט די פמליא הייבט זיך יעצט פונעם טעריבארא לופטפעלד אויפן וועג קיין פלארידע ווי דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן למנוחת הנפש ביז איבער שבת פ' משפטים הבעל"ט. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | עלעגאנטע שבע ברכות בחצר המשפיע הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א געאייגענט פאר געסט פון אויסלאנד: אן עלעגאנטע שב
+9
אידישע נייעס | עלעגאנטע שבע ברכות בחצר המשפיע הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א געאייגענט פאר געסט פון אויסלאנד: אן עלעגאנטע שבע ברכות איז אפגעראכטן נעכטן אין שטאט אלעד לרגל שמחת נישואי החתן זוהן פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, ספעציעל געאייגענט פאר די פילע געסט וחברי חבורת 'באר האמונה' וואס זענען געקומען צו פארן צו די שמחה מכל קצוי תבל. בראש המסובים האט באשיינט די שמחה כקש"ת הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכער איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין אלעד צו די שבע ברכות. דער בעל שמחה הרה"צ רבי אלימלך האט מכבד געוועהן דעם רב שליט"א צו משמיע זיין דברי ברכה לכבוד העם הנאספים, דערנאך האט הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א געזינגען א ניגון שמחה און זיך אויפגעשטעלט אויף א פייערליכע ריקוד מיט הרה"צ ר' אלימלך שליט"א, מיט די חתן און מחותנים. בילדער: א. אייזענבאך. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג באזוכט ביים שטח הבני' פון גיגאנטישער בנין התלמוד תורה צאנז קלויזענבורג אין קרית צאנז
+6
אידישע נייעס | האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג באזוכט ביים שטח הבני' פון גיגאנטישער בנין התלמוד תורה צאנז קלויזענבורג אין קרית צאנז לעיקוואד:  פאריגע וואך מיטוואך איז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט לעיקוואד צו באשיינען ביי די רבישע חתונה פון א אייניקל ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א און גיסו הגה"צ אבד"ק לינז שליט"א, וואו דער רבי איז געוועהן א דאפלטע פעטער ביי די שמחה. דער רבי שליט"א האט איבערגענכטיגט אין לעיקוואד בביתו נאווה קודש אין טאמס ריווער, און געדאווענט שחרית צומארגנס ראש חודש אין ביהמ"ד אין קרית צאנז לעיקוואד. נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום שטח התלמוד תורה החדש דחסידי צאנז קלויזנבורג אין לעיקוואד וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט ביי די בוי ארבעט וואו מען גרייט זיך אויפצובויען א מאיעסטעטישן בנין אדיר ומפואר אלס פרעכטיגע אכסניא של תורה פאר די צאן קדשים, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די קומענדיגע בוי פאזעס און אנגעוואונטשן די עסקנים חברי וועד קרן הבנין. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג ביים 'סיום מסכת גיטין והתחלת מסכת קידושין' אין ראם פון 'חבורת יסודי התורה' דעם
+9
אידישע נייעס | הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג ביים 'סיום מסכת גיטין והתחלת מסכת קידושין' אין ראם פון 'חבורת יסודי התורה' דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת אין די זאל פון אימפעריעל אין ווילאמסבורג. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | דינער לטובת כולל חיים ושלום מונקאטש. https://t.me/Deevochahblick
+9
אידישע נייעס | דינער לטובת כולל חיים ושלום מונקאטש. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | האדמו"ר מסאטמאר ביי די טעגליכע שפאציר נאך תפילת שחרית במקום הנופש פאלם ספרינגס קאלעפארניע, ווי דערביי האט דער
+5
אידישע נייעס | האדמו"ר מסאטמאר ביי די טעגליכע שפאציר נאך תפילת שחרית במקום הנופש פאלם ספרינגס קאלעפארניע, ווי דערביי האט דער רבי צוגעוויזן לולבים ביימער און אויסגעשמועסט ווי אזוי עס וואקסט. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | האדמו"ר מפינסק קארלין אויף א מסע הקודש אין קערעסטיר. בילדער: א.פ.ק. https://t.me/Deevochahblick
+5
אידישע נייעס | האדמו"ר מפינסק קארלין אויף א מסע הקודש אין קערעסטיר. בילדער: א.פ.ק. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | האדמו"ר מפינסק קארלין אויף שב"ק אין קערעסטיר. בילדער: א.פ.ק. https://t.me/Deevochahblick
+9
אידישע נייעס | האדמו"ר מפינסק קארלין אויף שב"ק אין קערעסטיר. בילדער: א.פ.ק. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | שמחות בחצרות הקודש: שמחת בית וויזניץ: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אב"ד וויזניץ אלעד, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יוסף ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' זאב ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים ירושלים, און איידעם ביי הגה"צ ר' יחיאל מיכל שעדראוויצקי שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק. שמחת בית פשעווארסק - בוהוש - שבט הלוי: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די חתן א זון פון בנו הגדול הגה"צ ר' נפתלי אלימלך לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק לאנדאן, איידעם ביי הגה"צ ר' שרגא פייוויש שנעעבאלג זצ"ל בעל שרגא המאיר, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' שלמה זלמן וואזנער שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אינעם גרויסן אודיטוריום אויף רחוב רבינוב אין בני ברק. שמחת בית סקולען: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א פון וויליאמסבורג, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יואל ארי' שטערן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אברהם שמואל שטערן זצ"ל ראש ישיבת תורת חסד, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא מאנסי שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין עטרת טשארנא זאל אין מאנסי. שמחת בית אמשינוב: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, די כלה א טאכטער פונעם רבינ'ס איידעם הרב נפתלי ראזענגארטן שליט"א, מיטן חתן א זון פון הרב אפרים יוסטמאן שליט"א פון ביתר. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל אחוזת פרידמאן אין אשדוד. היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן יונגסטע זון פון הגה"צ ר' בערל ווייס שליט"א גאב"ד קרית צאנז ירושלים, איידעם ביי הגה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, מיט די כלה א טאכטער פון הרב יהושע ווייסבלום שליט"א פון בני ברק. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל היכלי מלכות אין בני ברק. היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרה"ג ר' לוי יצחק דערבארעמדיגער שליט"א דומ"ץ באיאן לאנדאן, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' מנחם מענדיל לעמבערגער שליט"א דומ"ץ בק"ק סאטמאר אנטווערפן, זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא ב"פ זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן. - די שמחת החתונה קומט פאר אין בית רחל זאל אין אנטווערפן. היינט קומט פאר די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א אב"ד קרית צאנז טבריה, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, מיטן חתן א זון פון הגה"צ המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין ביהמ"ד סטראפקוב אויף רחוב נחום אין בני ברק. הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה: כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א לאזט זיך היינט ארויס קיין נארט מיאמי פלארידע, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע צוויי וואכן אויף אפרוה. היינט קומט פאר א מעמד קבלת פנים לכבודו פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק בקרב חסידיו, די קבלת פנים קומט פאר נאך תפילת שחרית אין ביהמ"ד מאחנובקא בעלזא אויף קיעפ סטריט אין וויליאמסבורג. כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכער איז אנגעקומען צום שטאט לעלוב אין פוילין, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע וואס געפאלט היינט ז' שבט, וועט היינט פארמיטאג פוקד זיין דעם ציון הק' בראש קהל חסידיו, און דערנאך אפרעכטן די מעמד ההדלקה כנהוג. שפעטער פארנאכטס וועט פארקומען די צענטראלע יארצייט טיש אינעם גרויסן שאטער אין שטאט לעלוב. כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א לאזט זיך היינט ארויס אויף א נסיעה קיין שיקאגא, וואו דער רבי וועט פראווענען אן ערשטמאליגע שבת בקרב תושבי העיר, היינט אויפדערנאכט קומט פאר א מעמד קבלת פנים אין ביהמ"ד חסד לאברהם זידטשויב. מעמדי קודש: היינט קומט פאר די יערליכע דינער "יורו משפטיך" לטובת מרכז הכוללים ד'שיכון סקווירא, אין זאל עטרת פרידא אין שיכון סקווירא. (JDN) https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | ערשטע בילד פונעם אסיפת גדולי ישראל. https://t.me/Deevochahblick
אידישע נייעס | ערשטע בילד פונעם אסיפת גדולי ישראל. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | כ"ק האדמו"רים מפאפא, וויזניץ ב"פ, וויזניץ וומסב"ג, און וויען זענען אין די לעצטערע מינוטן אנגעקומען צום אסיפת גדולי הדור אין שטוב פון האדמו"ר ממונקאטש. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | כ"ק האדמו"רים מפאפא, וויזניץ ב"פ, וויזניץ וומסב"ג, און וויען זענען אין די לעצטערע מינוטן אנגעקומען צום אסיפת גדולי הדור אין שטוב פון האדמו"ר ממונקאטש. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט היינט געדאווענט תפילת שחרית בבית מדרשו הגדול אין בארא פארק לרגל די ברית פאר א אייניקל קומט יעצט אן בבית כ"ק מרן אדמו"ר ממונקאטש שליט"א מפאר צו זיין בראש ביים אסיפת גדולי הדור אדמורי"ם ורבנים למען הצלת ילדי לב טהור. https://t.me/Deevochahblick

אידישע נייעס | אסיפת גדולי האדמורי"ם והרבנים אין שטוב פון האדמו"ר ממונקאטש איבער דעם שרעקליכן מצב פון ילדי לב טהור: ווי באקאנט האבן די אינסטאנצן אין גוואטאמאלא אין די לעצטע וואכן זיך גענומען צום פראבלעם פון די 'לב טהור' גרופע וועלכע פלאגט שוין דאס יהדות החרדית פאר לאנגע יארן. וואו די משפחות און קינדער חפים מפשע ליידן זיך נעבעך צוזאם זייענדיג נע ונד מיט א פארצווייפעלטן עתיד. גדולי ישראל פון פילע שיכטן און קרייזן האבן זיך אין די לעצטע וואכן אריינגעלייגט בעובי הקורה, צווישן זיי הגאון הגדול חיד"ו ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן, וועלכע איז פערזענליך אראפגעפארן קיין גוואטאמאלא זיך אומקוקן אויפן שרעקליכן מצב פון די אומשולדיגע קינדערליך און פרובירן אויסארבייטן א מהלך וויאזוי צו ראטעווען זייער עתיד. כדי מטכס עצה צו זיין וויאזוי זיך פאראויס צו רוקן מיט די שתדלנות אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן עפ"י דעת תורה ודעת גדולי ומאורי הדור, איז פארופן געווארן אן אסיפה פון גדולי האדמורי"ם והרבנים שליט"א ותשועה ברוב יועץ און האפענטליך וועט מען ביי די אסיפה ארויסקומען מיט קלארע באשלוסן וואס עס זאל זיין די קומענדיגע שריט פון די עסקנים. די אסיפה הייבט זיך אן אין די יעצטיגע מינוטען, וואו עסקנים און רבנים ובראשם הגאון החיד"ו ווייס שליט"א וועלן אויפטרעטן, עס קומט פאר אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א. ווייטערדיגע באריכטן וועלן בעז"ה נאכפאלגן. https://t.me/Deevochahblick