אידישע נייעס
Open in Telegram
דא וועט איר באקומען די שנעלסטע אלע נייעס אנטוויקלונגען, און קרישקעלעך, און בילדער פון אלע רעבישע הויפ'ן, קהילות, מוסדות, מהנעשה והנשמע בחצרות הקודש אלעס אונטער איין דאך אריינצושיקן נייעס @YidisheniyesBot
Show more2 436
Subscribers
No data24 hours
-27 days
-1930 days
Posts Archive
2 436
+6
אידישע נייעס | שמחת הברית בחצרות צאנז - תולדות אהרן - סטראפקוב - מעליץ:
גילה אחר גילה איז פאריגן מיטוואך פארגעקומען אין קרית צאנז נתניה די שמחת הברית מילה בחצרות הקודש צאנז - תולדות אהרן - סטראפקוב - מעליץ, שטייענדיג נאך אין די שבעת ימי המשתה נאך די גרויסער רבישע שמחה אין די צאנזער הויף.
דער רך הנימול איז א אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, איייניקל ביי זיין זון הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם אב"ד קרית צאנז טברי' איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, בן הנולד ביי בנו הרב זלמן לייב הלברשטאם איידעם ביי הגה"צ רבי משה קאהן אב"ד תולדות אהרן טברי' זון פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א.
די שמחה איז פארגעקומען אינעם היכל המתיבתא אין קרית צאנז, אין שפיץ פון די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, די זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א איז געקומען צופארן פונעם מקום הנופש אין טבריה ווי די רבי האלט זיך אויף אויף אפרוה, און איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלות, די זיידע כ"ק אדמו"ר ממעליץ איז מכובד געווארן מיט ברכות און קריאת השם, און מיט עמידה לברכות איז נתכבד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, כסא של אליהו די זיידע הגה"צ אב"ד תולדות אהרן טבריה. ויקרא שמו בישראל יעקב שמשון נאכן זיידן הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זי"ע.
נאכן ברית איז פארגעקומען א שולחן לחיים לכבוד די שמחה, די זיידע די צאנזער רבי האט משמיע געווען דברי תורה מענינא דיומא, און בתוך דבריו זיך באדאנקט פאר כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און די אנדערע זיידעס האדמורי"ם וועלכע האבן זיך מטריח געווען און ארויסגעקומען מריחוק מקום, און געוונטשן א ברכה מיוחדת זיי זאלן זעהן תענוג ונחת פון דעם אייניקל און אלע אייניקלעך, צום שלוס איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב ביי די אדמורי"ם און די בעלי שמחה א לענגערע צייט.
שפעטער האט נאכגעפאלגט די סעודת הברית מיט די השתתפות פון די בני המשפחה אינעם היכל ראזנבערג זאל, ווי די צאנזער רבי האט מכבד געווען האדמו"ר מתולדות אהרן אויפצוטרעטן מיט דברי תורה וברכה, אויך האבן אויפגעטרעטן מיט דברי תורה לכבוד די שמחה דער אבי הבן און די זיידע כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א.
די סעודה איז געווען קאמבאנירט מיט די שמחת השבע ברכות פון די כלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס איז א שוועסטער פונעם אבי הבן - א טאכטער ביי הגה"צ אב"ד קרית צאנז טבריה. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד תולדות אהרן טבריה, און מיט די שבע ברכות די זיידעס האדמורי"ם ממעליץ און סטראפקוב.
בילדער: משה גולדשטיין.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
+4
אידישע נייעס | אדמת קודש • גייסטרייכע באזוך פון האדמו"ר ממאכנובקא בעלזא אין נאסטאלגישע דירה פון הרה"ק מסקווירא זי"ע אין וויליאמסבורג:
כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין שטאט וויליאמסבורג האט נעכטן אפגעשטאט א לענגערע באזוך אין די היסטארישע דירה און ביהמ"ד פון מורו רבו הרה"ק מסקווירא זי"ע, דער מקום קדוש וואו דער הייליגער סקווירא רבי האט געפראוועט זיין עבודת הקודש אין די ערשטע יארן נאכ'ן אנקומען קיין אמעריקע, ביז'ן זיך ארויסציען צום נייעם שטעטל שיכון סקווירא. דער רבי איז אנגעקומען בעפאר שחרית ווי ער איז געווארן אפגעווארט דורכן דיין הגה"צ ר' יצחק שמעון וואזנער שליט"א דומ"ץ סקווירא וויליאמסבורג און די נכבדי הקהלה, צוערשט איז ער אראפגעגאנגען אינעם קעלער צו די מקוה טהרה אין וואס הרה"ק מסקווירא זי"ע האט זיך גע'טובל'ט און איז אין די לעצטערע יאהרן פראכטפול רענאווירט געווארן, דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט ביי די אנדערע חלקים פונעם נאסטאלגישן דירה ווי ביים מצה אויווען וואו מ'האט געבאקן די מצות ערב פסח וכו'.
נאכן זיך טובלען אינעם מקוה במקום שטבלו רבותיו איז דער רבי אריינגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד ווי מ'האט צוגעוויזן דעם דאווען שטוב פון הרה"ק מסקווירא זי"ע ויבדחט"א כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דערנאך איז דער רבי ארויף צום 'פראווענען שטוב' מקום קודש הקדשים פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, ווי דער רבי האט מיט א הייליגע ציטער זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן שטוב און אויף פארשידענע היסטארישע חפצים וואס געפינען זיך נאך דארט, און ארומגעשמועסט מיט א קענטיגע התרגשות פון זיינע לעכטיגע זכרונות אויף דעם הייליגן מקום בצלו חמדתי וישבתי, דערנאך האט זיך דער רבי פארשפארט אינעם קוויטל שטוב ביחידות פאר א לענגערע וויילע.
נאכן באזוך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי פונעם דיין הגה"צ ר' יצחק שמעון וואזנער שליט"א וואו דער רבי האט זיך באדאנקט און איבערגעלאזט ברכת קדשו, באזונדער האט דער רבי אנגעוואונטשן די חשובע עסקנים וועלכע זענען עוסק רונדע דעם יאהר אפצוהיטן דעם קדושת המקום פון דעם הייליגן הויז אין ביהמ"ד למען יעמוד למשמרת.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
אידישע נייעס | הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה:
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט געוויילט די לעצטע חודש צייט אין פאלם ספרינגס קאליפארניע אויף אפרוה, קערט זיך היינט צוריק למעון קדשו אין קרית יואל, היינט אויפדערנאכט וועט דער רבי באשיינען על ראש שמחתו, ביי די שמחת התנאים פונעם עלטסטן אור אייניקל אין וויליאמסבורג, קאמבאנירט מיט א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן.
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט היינט אנקומען אויף תפילת שחרית בהיכל המתיבתא עץ חיים ד'באבוב אין בארא פארק, אין בעפארברייטונג צו דעם רבינ'ס נסיעה קיין פלארידע למנוחת הנפש, נאכן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים, און דער רבי וועט משמיע זיין דברות קודש און דברי פרידה פאר די תלמידים.
כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א לאזט זיך היינט ארויס אויפן וועג קיין מיאמי פלארידע, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע טעג אויף אפרוה.
כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער האט געוויילט די לעצטע וואך צייט בקרב חסידיו אין ניו יארק, קערט זיך היינט צוריק למעון קדשו אין בני ברק.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון וויליאמסבורג וועט היינט ארויספארן קיין מאנסי, צו פוקד זיין דעם ציון הק' פון אביו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, לקראת די שמחת החתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר קומענדיגע וואך. שפעטער נאכמיטאג וועט דער רבי אויפנעמען דעם ציבור חסידים אין מאנסי לקראת די ימי השמחה, בבית האכסניא ביי הנגיד החסיד ר' הערשל גרינבוים הי"ו.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנטריאל וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל, וועט היינט נאכמיטאג פוקד זיין דעם ציון הק' פון אביו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל לכבוד די שמחה.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון בארא פארק וועט היינט נאכמיטאג ארויספארן קיין מאנסי, צו פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, לקראת די שמחת החתונה פון בתו הכלה וואס קומט פאר קומענדיגע וואך. דערנאך וועט דער רבי אנקומען אויף א תפילה ביים ציון הק' פון זקינו הרה"ק מסקווירא זי"ע אין שיכון סקווירא, און שפעטער נאכמיטאג וועט דער רבי אויפנעמען דעם ציבור חסידים אין מאנסי לקראת די ימי השמחה, בבית האכסניא ביי הנגיד החסיד ר' מאיר זלמן שטעג הי"ו.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
אידישע נייעס | שמחות בחצרות הקודש:
שמחת בית סאטמאר: היינט קומט פאר די שמחת התנאים פון די עלטסטע אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, עלטסטע אייניקל ביי בנו הגדול הגה"צ אבד"ק סאטמאר וומס"ב שליט"א, און עלטסטע אור אייניקל ביי זיין שווער הגה"צ גאב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א. די כלה איז א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בק"ק סאטמאר וומס"ב, זון פון הגה"צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דקהל שערי תפילה אין קרית יואל, זון פון כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע העשיל וואגשאהל שליט"א אבד"ק יאסלא, אור אייניקל פון הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א גאב"ד גרינוויל דזשערזי סיטי. - די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר אויף הופפער סטריט אין וויליאמסבורג.
שמחת בית צאנז - לעלוב: היינט קומט פאר די לעצטע שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א אב"ד קרית צאנז טבריה, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, מיטן חתן א זון פון הגה"צ המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין ביהמ"ד בעלזא אין חיפה, צוגעשטעלט דורך די צאנזער קהילות אין צפון ארץ ישראל.
שמחת בית וויזניץ - שאץ - ביקסאד: היינט קומט פאר די לעצטע שמחת השבע ברכות פונעם חתן יונגסטע קינד ביי כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון מאנסי, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יהושע פיש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון קייאמישע. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ קייאמישע.
היינט קומט פאר די שמחת החתן מאהל פון חתן כלה אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנטריאל, די חתן א זון פון בנו הגדול הגה"צ ר' לייבוש האגער שליט"א ראש כולל וויזניץ לאנדאן, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' מענדיל האגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א. - די שמחת החתן מאהל קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי.
היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרב ליפא פעפערקארן שליט"א, זון פון הרב יוסף פעפערקארן שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אשר זעליג וואגשאהל שליט"א מלאנצוהט וחבר ביד"ץ טארטיקוב, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' ישראל בעק שליט"א דומ"ץ טשערקאס, זון פון כ"ק אדמו"ר מטשערקאס שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' שלמה אליעזר ברוינשטיין שליט"א אבד"ק טערניווא. - די שמחת החתונה קומט פאר אין תפארת עלקא זאל אין מאנסי.
הילולא קדישא:
כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וועלכער איז נעכטן זונטאג אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק, וועט היינט אויפדערנאכט אפרעכטן די יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פונעם סבא קדישא פון לעכאוויטש זי"ע, אינאיינעם מיט א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן, אין סלאנימער בית המדרש אין בארא פארק.
כ"ק אדמו"ר מקוידינוב שליט"א וועט היינט אויפדערנאכט אפרעכטן די יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פונעם סבא קדישא פון לעכאוויטש זי"ע, בבית מדרשו אויף רחוב מהרש"ל אין בני ברק. (JDN)
https://t.me/Deevochahblick
2 436
אידישע נייעס | האדמו"רים מסאטמאר און ביאלה בני ברק ביי של"ס מוצ"ש אין מיאמי פלארידע.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
אידישע נייעס | מעמד הכנסת ס"ת געשריבן לז"נ כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה זצ"ל.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
+5
אידישע נייעס | האדמו"ר מקרעטשניף באזוכט ביי האדמו"ר ממונקאטש.
בילדער: ארי פריינד.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
אידישע נייעס | האדמו"ר מדושינסקיא באזוכט ביי האדמו"ר ממשכנות הרועים.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
+4
אידישע נייעס | שמחת הברית פון א אייניקל ביי האדמו"ר מסאטמאר, בן הנולד ביי נכדו הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, בן הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג חתן הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק, וחתן הגה"צ ר' מנחם צבי כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג וחתן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל, אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין וויליאמסבורג.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
+6
אידישע נייעס | דינער לטובת בית חינוך לבנות בנות חנה וויען אין מאנסי.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
+5
אידישע נייעס | שמחת השבע ברכות בבית צאנז זוועהיל - נחלת אהרן - לינז, דורך קהילת צאנז קלויזענבורג אין קרית צאנז לעיקוואד.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
אידישע נייעס | שמחות בחצרות הקודש:
שמחת בית סקולען: היינט קומט פאר די צענטראלע שמחת השבע ברכות פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א פון וויליאמסבורג, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יואל ארי' שטערן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אברהם שמואל שטערן זצ"ל ראש ישיבת תורת חסד, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא מאנסי שליט"א. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין די נייע ביהמ"ד מאור ישראל סקולען אויף סענפארד אין וויליאמסבורג, אינאיינעם מיט די מעמד חנוכת הבית ברוב פאר והדר.
שמחת בית צאנז - לעלוב: היינט קומט פאר די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א אב"ד קרית צאנז טבריה, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, מיטן חתן א זון פון הגה"צ המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר ספעציעל פאר די זקני החסידים אין צאנז, אין זאל פון ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק.
שמחת בית וויזניץ - שאץ: היינט קומט פאר די שמחת השבע ברכות פונעם חתן יונגסטע קינד ביי כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון מאנסי, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יהושע פיש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון קייאמישע. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין ביהמ"ד שאץ אין מאנסי.
שמחת בית קאמארנא - לעלוב ירושלים - ביאלא: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' קלונימוס קלמן געשייד שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל גני הדקל אין בני ברק.
היינט קומט פאר די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' שרגא פייוול אייגער שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מלובלין שליט"א פון בארא פארק, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאזלאוו זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרב צבי אלימלך דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד חוג חתם סופר פ"ת שליט"א. - די שמחת החתונה קומט פאר אין תפארת עלקא זאל אין מאנסי.
היינט קומט פאר די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנטריאל, א זון פון זיין זון הרב ברוך האגער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' חיים יחיאל מיכל שפיגל שליט"א אבד"ק ווענגרוב. - די שמחה קומט פאר אין זאל בית אסתר אין בארא פארק.
מעמדי קודש:
היינט קומט פאר די יערליכע דינער אין בארא פארק לטובת מוסדות באבוב אין לינדען, עס קומט פאר אין די ליפשיץ זאל, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
היינט קומט פאר אין מאנטשעסטער א גרויסע עצרת תפילה אין ליכט פון די שווערע גזירת החינוך אויף די תלמידי הישיבות הקדושות, עס קומט פאר אין זאל בית יעקב, אין שפיץ פון אדמור"י ורבני העיר.
שישו ושמחו בשמחת התורה:
היינט קומט פאר די מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש סאדיגורא, פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך כלל חסידי סאדיגורא, לזכר נשמתו פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בעל עטרת ישראל.
הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה:
כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א קומט היינט אן צוגאסט קיין ניו יארק, אויף די יערליכע באזוך בקרב חסידיו תושבי ניו יארק, דער רבי וועט וויילן אין שטאט בארא פארק ביז קומענדיגע וואך דינסטאג.
כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג בקרב חסידיו אין וויליאמסבורג, וועט היינט אנקומען אויף תפילת שחרית בבית מדרשו אויף וואלווארט סטריט אין ניי וויליאמסבורג.
כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן און מאנטריאל, קומען היינט אן פון לאנדאן צוגאסט קיין ניו יארק, לקראת די שמחת החתונה פון זייער אייניקל וואס קומט פאר דעם דינסטאג אין מאנסי, די אכסניא פונעם וויזניצער רבי'ן פון לאנדאן איז אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יעקב יהושע פיש הי"ו, און די אכסניא פונעם וויזניצער רבי'ן פון מאנטריאל איז אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' חיים מאיר ציג הי"ו.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון בית שמש וועט היינט אנקומען אויף א תפילת רבים קיין אתרא קדישא מירון בראש קהל חסידיו, לקראת די שמחת החתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר דעם חודש שבט אין וויליאמסבורג. (JDN)
https://t.me/Deevochahblick
2 436
אידישע נייעס | רירנדע דברי פרידה פון האדמו"ר מוויזניץ פאר עדת חסידיו צום קאמפלעצירטע אפעראציע אין לאס אנדזשעלעס:
די וואך ביי שלש סעודות נאכן תורה האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אדרעסירט זיין מצב הבריאות זיך גרייטנדיג ווידער ארויסצופארן קיין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה, און דברי פרידה והדרכה פאר עדת צאן מרעיתו אלפי חסידי וויזניץ פון אלע שטעט וועלכער האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש לרגל שבת שירה.
דער רבי האט ערווענט זיין שווערן מצב אין וואס ער געפונט זיך ליידער, און די קאמפלעצירטע אפעראציע וואס ער איז ערווארטעט דורכצוגיין אין לאס אנדזשעלעס, און דערמאנט די פריערדיגע אפעראציע וואס די רבי איז אריבער מיט גענוי צוויי יאהר צוריק חודש שבט תשפ"ג ווען די פראפעסאר האט געפרעגט דעם רבי'ן שליט"א צו ער האט מורא, אויף וואס ער האט באלד געענפערט אן קיין צווייפל, אז מ'האט מורא פארן בורא כל עולמים האט מען נישט מורא פאר גארנישט!.
דער רבי האט דערביי געמאלדן אז ער וועט נישט זיין פורים אין ארץ ישראל, און ער האפט מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף צו זיין צוריק אהיים אויף יום טוב פסח. דער רבי האט דערמאנט יענעם פורים תשמ"א ווען זיין פאטער די ישועות משה איז געוועהן אין אויסלאנד פורים און האט איהם פארבעטן צו פראווענען פורים מיט די חסידים, דער רבי האט געזאגט אז ער האט פארבעטן בנו הגדול הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א אהערצוקומען אויף פורים און אפרעכטן דעם געהויבענעם יום טוב דא אין שיכון, אין א שמחה'דיגע אטמאספערע.
דער רבי האט ממשיך געוועהן מיט גאר טרעפליכע דברי אמונה ובטחון, און געבעטן פון די חסידים, צו מתפלל זיין לרפואתו די קומענדיגע תקופה און זאגן פינעף קאפיטלעך תהילים מיט די אותיות פונעם רבינס נאמען ישראל בן לאה אסתר, וואס דאס זאל זיין לזכותו לרפואתו. דער רבי האט איבערדעציילט די פלא'דיגע חלום וואס ער האט געהאט מיט עטליכע וואכן צוריק ווען א נשמה איז געקומען בעטן א תיקון צוליב פגם פון טשעפענען א איד, און דערביי ווידער מעורר געוועהן דעם ענין פון אחדות און אהבת חברים, און מסיים געוועהן בברכת קדשו לרוב פאר אלע חסידים בתוך כלל ישראל.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
+6
אידישע נייעס | האדמו"ר מפינסק קארלין ביים משמיע זיין דברי חיזוק פאר די אברכי החסידות לרגל די ימי השובבי"ם.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
אידישע נייעס | האדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג באזוכט ביי האדמו"ר מסקאליע.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
אידישע נייעס | מוצאי שבת קודש בחצרות הקודש:
שמחת בית תולדות יהודה סטוטשין: דעם מוצאי שבת קומט פאר די שמחת השבע ברכות פונעם חתן א זון פון הרב מענדיל גארדאן שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' יוסף מנחם דייטש שליט"א אב"ד קליינווארדיין, מיט די כלה א טאכטער פון הרב נחמי' בראדט שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה סטוטשין שליט"א. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול תולדות יהודה סטוטשין אין בארא פארק.
היינט מוצאי שבת קומט פאר די מעמד נייחא לנשמתא אין ביהמ"ד הגדול אמונת ישראל אין בארא פארק, מעמד התחלת כתיבת ספר תורה לזכרו פונעם משגיח זצ"ל, אינאיינעם מיט א מגבית קרן הבנין לטובת די נייע ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל אין ביתר.
היינט מוצאי שבת קומט פאר די יערליכע דינער לטובת ישיבת שער יששכר דינוב אין וויליאמסבורג, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א אין זאל פון אימפעריאל.
היינט מוצאי שבת קומט פאר די יערליכע מלוה מלכה לטובת ביהמ"ד תפלה למשה בארניב אין מאנסי, אין זאל פון ישיבת וויזניץ אויף עישעל לעין אין מאנסי.
היינט מוצאי שבת קומט פאר די שמחת השבע ברכות פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' יעקב שלמה ביק שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד מעזיבוזש שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א דומ"ץ סאטמאר קעסקעיד, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אלי' כ"ץ שליט"א אבד"ק דושינסקיא ב"פ, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז זצ"ל פון בארא פארק. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר צוגעשטעלט דורך קהילת דושינסקיא און כולל תורת א"ש אין בארא פארק. (JDN)
https://t.me/Deevochahblick
2 436
+9
אידישע נייעס | דור רביעי ישובו הנה • שמחת קישור החיתון פון ערשטע איר אייניקל בליעה"ר ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א:
חסידי סאטמאר איבער די וועלט זענען איינגעהילט אין א טיפע התרגשות מיטן אנקום פון די פריידיגע בשורה איבער די שמחת קישור החיתון פון די עלסטער איר אייניקל - דור רביעי בליעה"ר ביים רעיה מהימנא קדישא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, א אייניקל ביי בנו בכורו הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א איידעם ביי זיין פעטער הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, הכלה תחי' טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בקהל יטב לב ד'סאטמאר וויליאמסבורג, בן הגה"צ רבי יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. מיט החתן פרע"ח הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה, א זוהן פון הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א אבד"ק שערי תפילה קרית יואל, אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל שליט"א, און א איידעם ביי הגה"צ אבד"ק יאסלא שליט"א, איר אייניקל פון הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א. די שמחת הווארט איז פארגעקומען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגעט אויף היוז סט. אין וויליאמסבורג, בראשות פון די געהויבענע זיידעס ומחותנים שליט"א.
באנאכט נאך מעריב במקום הנופש אין פאלם ספרינג האט דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים מריחוק מקום, דערגרייכנדיג דעם ודור רביעי ישובו הנה מיטהאלטנדיג וואו דער גאלדענע קייט ציעט זיך ב"ה ווייטער לשם ולתפארת.
די גרויסארטיגע שמחת התנאים איז באשטימט געווארן אויף דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת יתרו בהיכל ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג בראשות דער געהויבענער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ובהשתתפות אלפי חסידי סאטמאר.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
+6
אידישע נייעס | האדמו"ר מוויזניץ טאנצט מצוה טאנץ ביים שמחת החתונה לנכדו.
בילדער: א. אייזענבאך.
https://t.me/Deevochahblick
2 436
+9
אידישע נייעס | האדמו"רים מוויזניץ, טשערנאביל, דושינסקיא, סערט וויזניץ, פיטסבורג, קוזמיר, הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח בן האדמו"ר מבעלזא און הרה"צ ר' נחמיה אלתר בן האדמו"ר מגור זענען זיך משתתף ביים שמחת החתונה בבית וויזניץ.
בילדער: א. אייזענבאך.
https://t.me/Deevochahblick
