cookie

We use cookies to improve your browsing experience. By clicking «Accept all», you agree to the use of cookies.

avatar

אלע שטותים

מיר וועלן אייך דא פראבירן צו אפדעיטן מיט די פרישסטע נייעס אויפן מארקעט, די הייסטע ווארע וואס איז נאר פארהאן... און פארשטייט זיך אויך די שטותים...

Show more
The country is not specifiedThe language is not specifiedThe category is not specified
Advertising posts
203
Subscribers
No data24 hours
No data7 days
No data30 days

Data loading in progress...

Subscriber growth rate

Data loading in progress...

א גרופ צו שמועסן און דעבאטירן אלעס ארום אידישע מוזיק 🔗 @yiddish_music
Show all...
C/P אל כבוד אחינו בני ישראל, דאס איז שוין די צענטע מאל וואס מיין גאנצע הויזן איז מיר דורכגעווייגט נאס נאך וואס איך האב מיך אנגעשטויסן אין א האט קאפ - וואס איז געווען דריי פערטל פיל מיט וואסער - אין בית הכסא. איך ווייס נישט וואס דו טוסט מיט דעם גלעזל וואסער אין בית הכבוד; און כ'בין נישט זיכער אז כ'וועל וויסן. אגב, כ'האב פרובירט צו קוקן וויפיל וואסער עס ליגן אין די גלעזלעך אויפן וועג אריין אין בית הכסא, די ארבעט איז נישט געווען גרינג די מער עקספיריענס יונגעלייט האבן וועגן צו קאמפלעזשירן די ווייסע האט קאפ אפילו ווען זיי האלטן דאס קעגן א שווארצע כאלאט, די גאנצע זאך איז איין גרויסע מיסטעריע. מען זעהט זיי ביי די סינק אנפילן דעם גלעזל דערנאך ווערן זיי פארשוואונדן, רוב מאל זעהט מען זיי ניטאמאל אריין גיין אין בית הכסא (כ'האב געטשעקט פאר טונעלן, דערווייל אן ערפאלג) אבער אזויפיל האב איך יא געזען אז די מאס וואסער וואס איך טרעף אין די געלעזלעך אין בית הכסא איז בערך די זעלבע וועלכע מען טראגט אריין, טא מען קען זאגן אז לכו' נוצט מען עס נישט צו טרונקען, אבער די מעגליכקייט אז דאס ווערט גענוצט פאר מים אחרונים קענען מיר נאכנישט אוועקמאכן אויף זיכער. בכלל, איז פארהאן באהאלטענע קאנפערענצן איבער דאס נוצן די האט קאפּ? ביי וועלכע יארגאנג האסטו אפגעמאכט אז פון היינט און ווייטער נעם איך אריין א האט קאפּ מיט וואסער אין טוילעט? ("דא האב איך מיין צייטונג, טישוס. א רגע! אפשר נעם איך היינט אריין א האט קאפּ, כ'זעה אסאך מענטשן טוען עס") האסטו געפרעגט איינעם וואס מען ברויך טון מיט די וואסער? אפשר טוסטו די גאנצע זאך שרעקליך ראנג?! מאוד יתכן אז ווען די ריכטיגע האט קאפּ חברה זעהן וואס דו טוסט וואלטן זיי נישט געקענט כאפן דאס אטעם פון דיין מאדנע מהלך. כ'האב שוין אמאל געטראפן אש אין איינע פון די גלעזלעך, אפשר איז דאס אזא סארט מי טהרה, וואס מען שמירט אויפן שטערן כמין כף יונית; נישט בייגעפאלן הא? אבער אלעס אין א זייט געלייגט, ווילסט אריינעמען דעם גלעזל ס'איז א פרייע מדינה, אבער פארוואס אין די וועלט קענסטו נישט ארויסטראגן די גלעזל נאך דו ענדיגסט טון וואטעווער עס איז דו טוסט. איך ברויך נישט אנטועהן פיש-כאפער שטיוול - איידער איך גיי אריין אין בית הכבוד - ווייל דו מיינסט אז די גאנצע וועלט באשטייט בלויז פון דיין עקזיסטענץ. אין ערגסטן פאל נעם דיינע לאנגווייליגע הענט הייב אויף דעם קאפּ און גיב עס אויס אין טוילעט! איז דאס אזוי שווער, איז דאס טו מאטש טו עסק?! אפשר איז צייט די דיזיגנירן איין טוילעט ספעציעל פאר 'האט קאפּ' באנוצער, זאלן ענק שווימען אין וואסער ביז די האלדז, אבער לאזן מנוחה די איבעריגע וועלט וואס פרובירט אומאויפהערליך צו בויען א באזעסענע ציוויליזאציע. און פאר די מאנכע וועלכע שלינגען נאך די אויפירונג: זייט געווארנט, אויב לאזט מען דורך די האט קאפּ מאוומענט גיין אומגעשטערט וועט עס נאר ערגער ווערן! אין צען יאר ארום וועט מען זעהן יונגעלייט אריינלויפן אין טוילעט מיט גאלאן באטלעך, און שפעטער צוויי אמפערס וואסער באהאפטן צו א שטאנג - אווי די וואסער טרעגער פון דערציילונג פון צדיקים. דאן וועט שוין זיין צו שפעט!
Show all...
פרעמד, חלילה אז א בחור'ל וועט פארבלאנדזשען קיין רחמיסטריווקא און געוואויר ווערן אז אפשר איז דעם רבי'נס עלטערע שוואגער א גרעסערער צדיק מיט ווייניגער שפיכת דמים אויף זיין קאנטע). די מנהלים זענען זייער ברוגז אויף סקווירא ווייל זיי האלטן ס'איז אן אומרעכט און א פארראט מצד די מנהלים נאך וואס דער אנדערער צד האט זיך אזוי שיין צוגעשטעלט.  דערנאך איז דא די אנאנימע בריוון פון "מחנכים" און "הנהלת המוסדות" ווי יעדער ויצדקתך האט געטראפן א פאסיגן שעיר לעזאזל ווי אויסצוגעבן זיין ריינע השפקה הטהורה, און דאס איז אויפ'ן איינגעבויגענעם רוקן פון אליעזר נייהויז.  תם ולא נשלם פרשה הארורה אונטער'ן שפיל.
Show all...
*"אונטער'ן רשעות"* אונז זעמער אלע עדות צו דער סאדיסטישער צירקוס און בלוט זויגונג וואס קומט פאר ארום די אונטער'ן חבריא פלעי. פלוצלונג איז יעדער מחנך געווארן א גאנצער דעמאגאג מיט טיפע ביאורים איבער דער מערב וועלט קולטור און דער באדייט פון עם ה'. פלוצלונג איז ארי אבראמאוויטש מיט פעלדמאן-לאנגזאם-פוקס געווארן די שפיץ אבן נוגף פון כלל ישראל וואס גייט אונז אלע אראפפירן פון וועג.  אמער, ארי אבראמאוויטש מעג נאר זיין א סטאר אין קראלי ביי די שיבתר טיש, און לאנגזאם פעלדמאן מעגן נאר עקטן ביים רבינ'ס שבע ברכות ווען מ'דארף אנפילן א הויכע פארענטשע. דעמאלט זענען זיי נישט קיין סעלעברעטיס, דעמאלט ברענגען זיי נישט אריין קיין גויאישקייט, דעמאלט פארכישופן זיי נישט דעם יוגנט, אבער ווען אונז פשוטע טאטעס זוכן וואו צו נעמען די קינדער אין אן איידעלע און זיכערע ענווייראמענט חול המועד, אדער ווען אליעזר נייהויז זוכט צו פארדינען א שווער אויסגעהארעוועטע גרינעם דאלאר, דעמאלט איז עס ביהרג ועל יעבור. די פארשטינקענע פרעכקייט פון פארלאנגען עס "זאל זיין אונטער א מוסד" שרייט היפאקריטסווע ביז צו די הימלען, ווילאנג ס'איז א יחיד וואס פארדינט איז עס חזיר טריפה, די רגע עס איז לפאר ולרומם בית אלוקינו און די דריי סטודזשיס פון סקווירא בארא פארק וועלן לייזן א גראצער אדער כאטש כבוד איז בזקנינו ונערינו נלך. אליעזר נייהויז' אמת'ע פראבלעם איז איין זאך; ער ליידט נעבעך פון די פארבאטענע סחורה, ער האט זיך איינגעהאנדלט ס'ארגסטע וואס מ'קען נאר פארמאגן ביי אונז. כ'רעדט נישט פון קיין חשיש אדער אומלעגאלע געווער נאר פון: סוקסעס! ס'איז נישטא נאך אזא שעדליכע קאמאדיטי אין דער היימישער געזעלשאפט ווי ווען איינער איז מצליח מיט אן איניציאטיווע. היינו טעמא דקול מבשר, היינו טעמא דאונטער'ן. סוקסעס ברענגט זעלבסטשטענדיגקייט, סוקסעס באדראעט אוועקצונעמען די מאכט און איינפלוס פון די וואס זענען די אויסשליסליכע בעלי בתים דערויף. ווילאנג א זאך איז באנעבעכטס און אומסוקסעספול קוקט קיינער נישט דערויף ווען עפעס באקומט מאמענטום איז דאס גאר געפארפול. אביסל השתלשלות הדברים, ווי מ'הערט פון אונטער די קוליסן: נאך וואס דער איסור איז ארויסגעקומען איז אליעזר נייהויז געקומען מיט א געבויגענעם קאפ צו א מיטינג פון די מנהלים זאגנדיג אז ער איז גרייט נאכצוגעבן וואס אימער עס פעלט אויס. ס'איז 2019, די מנהלים האבן נישט געקענט איגנארירן זיין ביטע ווי מ'האט געטון אין די דארק עידזשעס ביי פרשת דער שטערן און זיי האבן זיך געטראפן אין א דילעמע, זיי האבן געמוזט אויפקומען מיט א מהלך וואס טאקע איז זייער פראבלעם און וואס פאר א טוישונגען וועט זיי צופרידנשטעלן. אויך האבן זיי געהאט דרוק פון איין רב, דאס איז הרב אהרן זילבערשטיין, דער צעהלימער דיין, וועלכער האט נאך א לחלוחית פון נארמאלקייט אין זיך און האט געהאקט אויפן טיש, אז ס'מוז זיין א היימיש שפיל חול המועד ווי א בחור'ל פון פערצן יאר וואס איז נישט ממש די שארפסטע קאפ און האלט נישט ביים לערנען זיבצן שעה אין טאג זאל האבן וואו צו גיין שטופן די צייט און אהיימקומען נישט ערגער ווי ביים גיין. עווענטועל איז מען אויפגעקומען אויף אייניגע תנאים, צופיצן דעם סקריפט, נישט קיין געווער, באמבעס און געוואלדאטן, די מעשה זאל זיין אידישע, גיין אונטער א קהלה, צושטעלן א שפיל בלויז פאר קינדער און מיט השגח, נישט מאכן קיין שום ווידעאס אדער סאשעל מידיע פראפאגאנדע איידער די שפיל. אליעזר נייהויז איז נאכגעקומען אלע תנאים טראץ וואס ס'האט אים געקאסט דמים תרתי משמע (לייביש ליש ארבעט נישט אומזיסט). אליעזר נייהויז האט פארלאנגט איין תנאי, אז דער איסור זאל אראפגענומען ווערן. די מנהלים האבן צוגעזאגט נאכצוקומען. דא איז אריינגעקומען די קהלה הקדושה באבוב, דער סמל ודוגמא פון אוהב שלום ורודף שלום און זיי האבן נאך א אידישקייט אישו, אז פאר די ביזנעס פון די קרן חתנים שפיל לוינט זיך בעסער אז די אונטער'ן קינדער שפיל זאל זיין אום דינסטאג און נישט ווי געמאלדן אום מאנטאג, ממילא ווילאנג מ'קומט נישט נאך די תנאי, קען מען נישט מתיר זיין די טריפה'נע פלעי ועדיין האיסור בתוקפו. טראץ די שוידערליכע אומרעכט און די שוועריקייטן פארבינדן מיט רוקן א פלעי נאך וואס מ'האט שוין אנגעהויבן פארקויפן טיקעטס, איז אליעזר נייהויז דאס אויך נאכגעקומען. יעצט האבן די מנהלים געדארפט אויספירן זייער טייל פון דער הסכם, און צוריקציען פונעם איסור. טייל מנהלים האבן זיך צוגעשטעלט למחצה ולשליש ולרביע און געשריבן פארעווע בריוון אז ס'איז יא אסור אבער נישט אסור אבער יא אסור. למעשה איז געשען אן ערנסטע ריס צווישן די מנהלים גופא ווען שיכון סקווירא איז געבליבן מיט'ן איסור (ווייל נאר די שפיל ביים הייליגן רבי'ן איז מותר ווייל דער רבי טוט עס אז מ'זאל נישט גיין אין דער
Show all...
א מורא'דיגע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביים כינוס וועלכע האט איבערגעלאזט א טיפן רושם ביי כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן.  עס איז געשעהן ווען אינעם סטאדיום איז ערשינען דער אביהן וליבן של ישראל, דער שר צבא השם, דער הייליגער בעל בכי תרתי משמע, הרה"ק מהרי"א מספינקא שליט"א ר' אייזיק ברוב קדושתו וענותנותו האט געשריגן אז אין אזא מצב חירום וויל ער נישט די גאנצע רביסטעווע נאר על וויל עומד ומשמש זיין ר' יהושע ראזענבערגער ווייל ער איז עומד בפרץ דארט אין ארצינו הקדושה.  פאר שפיצער האט אנגעכאפט א קדחת, אויב ר' אייזיקל ווערט א גבאי איז ער דאך נאר דעם גבאי'נס גבאי, און פאר אזא אונטער שמשות האט ער נישט אויפגעסיינט, אבער ער שטייט הילפלאז קעגן זיין רבי וואס רירט זיך נישט קיין זיז כל שהוא פון אונטער דעם גאב"ד קרית הרמ"א והגלילות.  דער וויענער רב ברוב חכמתו זעענדיג ווי די גאנצע כבוד הקדושה והחסידות פאלט דא צוזאם פארנט פון זיינע אויגן, האט ארויסגעצויגן א גאר קלוגע טאקטיק פון זיין באקאנטן שופלאד, ער האט זיך דרייסטערהייט אויפגעשטעלט און מיט זיין וועלט בארימטן שטארקע שטימע געזאגט פאר שפיצער'ן צו איבערגעבן פארן ברעטשעדיגן קדוש אז ער איז גערעכט און אין אזא שעת שמד ברויך מען טאקע דראפען די רבנות און משמש זיין די אמת'ע צדיקי הדור, אבער די מנהג ביי כלל ישראל מקדמת דנא נאך פונדערהיים אין סיטי פיעלד איז אז ביי סטאדיום אווענטן זיצן די גבאים ומשמשים אויף פראמינענטע מקומות און שטייען נישט הינטערן רבי'ן ווי אין די ארמארי מיט וואס הגה"ק האט לעצטנס אנגעקניפט פריינטליכע באציאונגען.  דער וויענע רב האט ממשיך געווען אז ער אליינס איז אויך דא אלטס גבאי פון ר' משה זאב זארגער נאר ער מוז לויפן זיך וואקסינירן פאר מיזלס ממילא קען ר' אייזיקל זיצן אויף זיין ארט טאקע אלטס גבאי. ר אייזיק האט אנגענומען די דברי כיבושין און מיט א געבויגן קאפ און א מערקוועדיגע ענוות חן דקדושה זיך אוועקגעזעצט אויפן בענקל. כלל ישראל וועלכע האט נאכגעפאלגט די סיטואציע מיט אנגסט האט ארויסגעלאזט א הילכיגע פארלייכטערונג אטעם אז די כבוד החסידות איז אפגעראטעוועט געווארן. ווי פארשער גיבן איבער האט דער אטעם פון פילע נישט וואקסינירטע וועלכע האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע מעמד פון הינטער די שווארצע ליילעכער ספעציעל אימפארטירט פון עיר הבירה בבל גורם געווען אז די מיזלס זאל זיך פילפאכיג פארשפרייטן אין די גאנצע אומגעגנט פונעם סטאדיום.  זאלן די גוים אויך וויסן......
Show all...
רעבעצין איז קלאר מברר אז וואקסינאציעס וועט שוין כלל נישט העלפן פאר די דאזיגע פארשוינען... אזהרה! נשים!
Show all...
שטארקע עדעטאריעל אין דער איד, קעגן די אלע הארצלאזע תורה'לאזע אנטי וואקסינאציעס!
Show all...
🤣
Show all...