uz
Feedback
תורת ד’ תמימה * עולם התורה * סיפורים * שירי קודש * מרבותינו הק’ תלמידי בעל שם טוב !!! זי”ע

תורת ד’ תמימה * עולם התורה * סיפורים * שירי קודש * מרבותינו הק’ תלמידי בעל שם טוב !!! זי”ע

Kanalga Telegram’da o‘tish

סיפורים ותורות על פר' השבוע מהרה״ק ר׳ יענקעלע מ’ יאשליסק ומ פשעווארסק ומחסידי סאטמאר בעלז קרליבך אמשינוב וויזניץ באבוב נדבורנא קארליבאך לעלוב קלויזענבורג זי״ע Belz satmar Bobov Carlebach lubavitch pshevorsktorah viznits klausenburg sadigur

Ko'proq ko'rsatish
632
Obunachilar
-124 soatlar
Ma'lumot yo'q7 kunlar
+330 kunlar
Postlar arxiv
ראדאשיץ סבא קדישא 💥 על עניות ל"ע ובדיחה ווערטעל ווארקא על זה 😂

י''ח סיון. הילולת הרה''ק הסבא קדישא מראדשיץ זי''ע. הרה''ק רבי ישכר בער (ברון) בן רבי יצחק זי''ע, תקכ''ה - י''ח סיון תר''ג, ומנו''כ בראדשיץ.

איינמאל איז א פרוי געקומען זיך מזכיר זיין פאר א ישועה און געזאגט, אז קודם איז דער באשעפער און דערנאך קומט דער רבי, האט דער צדיק א שריי געגעבן בזה"ל, "השי"ת מקודם, השי"ת באמצע, והשי"ת בסוף" אלעס אלעס איז דער אויבערשטער.

עס איז מקובל פון צדיקים אז אנצינדן א ליכט לעילו נשמת הרה"ק רבי ישכר בער ב"ר יצחק מראדושיץ זי"ע, און געבן 19 פרוטות פאר צדקה, און זאגן דעם פסוק "כִּי גוֹי אֹבַד עֵצוֹת הֵמָּה וְאֵין בָּהֶם תְּבוּנָה." איז א סגולה צו פטור ווערן פון א גוי וואס מאכט אן צרות וכדומה, אויך ברענגט מען פון צדיקים אז דאס איז א סגולה לכל מיני ישועות.

הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע, האט דערציילט בשם זיין זיידע הרה"ק מהר"ש מבעלזא זי"ע וואס האט געזאגט אויפן הייליגען ראדעשיצער זי"ע, "ער איז א פלאם פייער פארן אויבערשטען", און הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט געזאגט פאר אידן וואס זענען געקומען זיך מזכיר זיין "עטץ מיינטס אז איך בין אזוי ווי דער צדיק רבי ישכר בער מראדושיץ זי"ע".

איז געווען א תלמיד פון גרויסע צדיקי הדור, ובתוכם. הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, והרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע, והרה"ק המגיד מקאזניץ זי"ע, והרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע, והרה"ק היהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע, והרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, והרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע. און ווי דער צדיק האט מעיד געווען אז בחייו האט ער זוכה געווען צו משמש זיין הונדערט און צוואנציג תלמידי חכמים צדיקים בעלי רוח הקודש.

הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע האט פארציילט אז אין ווארשא איז געווען א איד ליידער א משכיל וואס איז קראנק געווארן אויף די אויגן און עס איז געווארן ערגער און ערגער, מען האט דעם איד צוגערעדט אז ער זאל אריבער גיין צום הייליגען ראדעשיצער זי"ע און ער וועט געהאלפן ווערן מיט א ישועה, פארשטייט זיך אז דער משכיל האט בשום אופן נישט געוואלט גיין, אבער נאך אסאך בעטן האט ער מסכים געווען און אריבער צום צדיק. ווען ער איז געקומען האט דער צדיק געהייסן אז ער זאל קומען בשעת דער צדיק עסט ארוחת ערב, איז דער איד געקומען צום צדיק, האט דער צדיק אים געפרעגט אויב ער גלייבט אז עס איז דא א בורא עולם וואס קען אים אויסהיילן די אויגן אין איין רגע און אים מאכן צוריק זעהן, דער משכיל האט נישט געענטפערט, האט דער צדיק גענומען א פריסת חלה און אריבער געפירט אויף זיינע אויגן, און לפלא יענע רגע האט דער איד אנגעהויבן זעהן כאחד אדם. אבער נאך אפאר מינוט האט דער צדיק נאכאמאל אריבער געפירט דעם פריסת חלה אויף זיינע אויגן און דער איד איז צוריק בלינד געווארן, און דער צדיק האט געזאגט, איך האב דיר נאר געוואלט ווייזן אז עס איז דא א בורא עולם וואס פירט די וועלט, אבער וויבאלד די ווילסט נישט גלייבן אונעם באשעפער וועסטו נישט זוכה זיין צו א רפואה. עס איז געווען א נגיד וואס האט באקומען א מכה אויף זיין קאפ, און די דאקטורים האבן געזאגט אז דאס איז א שרעקליכע סכנה וויבאלד עס קען צו קומען צום מח, און זיי האבן נישט געקענט געפינען קיין רפואה דערפאר. איז דער איד געפארן צום הייליגען ראדאצישער זי"ע און ווען דער צדיק האט געזען דעם מכה האט ער גענומען פונעם שאפע א זאלב וואס מען האט גערופען "מוש, און דער צדיק האט אנגעשמירט דעם זאלב אויף א שמאטע און געהייסן דעם איד דאס ארום בינדען אויף די מכה און עס לאזן דארט פאר א מעת לעת, די קומענדיגע טאג איז דער איד צוריק געקומען און מען האט דעם שמאטע אראפ גענומען און עס האט שוין אויסגעזעהן אסאך בעסער, האט דער צדיק געזאגט אז ער זאל דאס לאזן פאר נאך א טאג, און די קומענדיגע טאג האט מען געזען אז די מכה איז אינגאנצן פארהיילט געווארן. איז דארט געווען הרה"ק משידלובצא זי"ע און ער האט געבעטן דעם הייליגען ראדאשיצער אז ער וויל האבן אביסל פון די זאלב "מוש" ווייל עס העלפט אויסהיילן אן אויסשלאג. האט דער הייליגער ראדאשיצער געזאגט, און דעם זאלב געפינט זיך גארנישט ספעציעל אדער א געמיש פון רפואות, נאר אזוי ווי עס איז א מנהג צו עסן ראש השנה ביינאכט עפל מיט האניג, האב איך צעריבן די איבער געבליבענע עפל, און מיט דעם האב איך געמאכט די רפואה.

לכבוד יומא דהילולא קדישא של רבינו הקדוש הסבא קדישא רבינו ישכר בער מראדאשיץ ב"ר יצחק זצוק"ל ראדאשיץ אמאל וצורת קדוש
+6
לכבוד יומא דהילולא קדישא של רבינו הקדוש הסבא קדישא רבינו ישכר בער מראדאשיץ ב"ר יצחק זצוק"ל ראדאשיץ אמאל וצורת קדוש