cookie

Sizning foydalanuvchi tajribangizni yaxshilash uchun cookie-lardan foydalanamiz. Barchasini qabul qiling», bosing, cookie-lardan foydalanilishiga rozilik bildirishingiz talab qilinadi.

avatar

World Drama News

א ווינקל פאר באריכטן און אנאליזן געריכטעט אין א שכל'דיגע ליניע, אנדערש פון די לינקע מידיע באריכטן וואס איז לער פון פארשטאנד

Ko'proq ko'rsatish
Mamlakat belgilanmaganTil belgilanmaganToif belgilanmagan
Reklama postlari
155
Obunachilar
Ma'lumot yo'q24 soatlar
Ma'lumot yo'q7 kunlar
Ma'lumot yo'q30 kunlar

Ma'lumot yuklanmoqda...

Obunachilar o'sish tezligi

Ma'lumot yuklanmoqda...

אימפיטשמענט איז אויפן ארענע. ס'קומען הייסע צייטן אין וואשניגטאן דערנאך וואס דער דעמעקראטישע פארטיי האט אנגעקנימען א גאר שארפע ליניע ווען ס'קומט צו פרעזידענט טראמפ, און א היסטארישע גאנג האבן זיי אפעציעל ארויס געשטעלט אז זיי הייבן אן צו אימפישטן דעם אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ, דאס קומט דערנאך וואס פרעזידענט טראמפ האט געלייגט דרוק אויף דעם אקריינישער פרעזידענט אז ער זאל אויספארשן דער זין פון זיין פאליטישער קעגנער, דזשאו ביידן, דאס איז געקומען ווי א דינער דערנאך וואס ספיקער פעלאוסי איז געווען שטארק קעגן אימפישטן, אבער דערנאך וואס ס'איז אריין געקומען דעם באמבאסטישע נייעס האט זי זיך געריקט זייער שנעל פאראויס צו אנהויבן אן אימפיטשמענט אויף דעם פרעזידענט. ס'איז היפש פראבלעמאטיש דאס וואס טראמפ האט דאס געטאן און ס'איז קלאר אז ער דארף ווערן געהאלטן פאראנטפארטליך אויף זיינע שריט, נישט קיין אינטערשייד אויף וועלכע זייט מ'איז דארף דער אמעריקאנער פרעזידענט זיך האלטן צו נארמאלע שטראזן
Hammasini ko'rsatish...
א פלאפ וואס האט געקאסט א פרייז: דערנאך וואס ראבערט מולער האט נעכטן אויפגעטרעטן אין קאנגרעס האבן די דעמעקראטן געכאפט א געזינטע באכע, וואס זיי וועלן נישט אזוי שנעל פארגעסן. מולער האט זייער נישט גוט אויסגענומען ביים נעכטיגער אויפטריט, און האט אויסגעזען ווי אן אלטער וואס מ'האט אפיר געברענגט פון מושב זקנים. שוואכע ענטפער'ס געגעבן און קוים זיך אויסגעקראצט וואס ער האט צו זאגן. אויב איז דאס דער ראבערט מולער פון וועם די מידיע האט געמאכט אזא עסק איז דאס נעכטן צעבלאזן געווארן, און ער האט געוויזן פארן גאנצן לאנד אז ער איז אן אלטער זיידע וואס ווייסט גאנץ קנאפע וואס טוט זיך ארום עם. די דעמעקראטן האבן דערמיט געהאפט צו באקומען א שטויס פאראויס צו קענען אימפיטשן דעם פרעזידענט, אבער זיי האבן באקומען אזא קאפע אויף צוריקוועגס, אז זיי גייען דאס געדענקען פאר לאנגע יארן...
Hammasini ko'rsatish...
די לינקע אין א צעפארעניש: די לינקע אין לאנד זענען אין א שרעקליכע צעפארעניש דערנאך וואס טראמפ האט ארויס געשיקט אט דעם טוויט, זיי זענען פארנימען צו קוויטשען אויף די העכסטע טענער און ווייזן שארפע ציינער פאר יעדער וואס איז נאר גרייט צו הערן און זען, אויך איז דא אן אינערליכער געראנגל אין דעם פארטיי צווישן ''קארטעז'' מיט אירע דריי ארכי לינקע קאלעגע'ס, און דעם ספיקער וואס איז מער צענטאריסטיש ''נענסי פעלאוסי''. קארטעז איז איינער וואס האט נישט קיין שום ערפארונג און איז צו דערזייט א היפשע שכל'לאזער, וואס קען מען טאן זי האט נישט באקומען דערפין צו סאך, אבער ביי די לינקע לאגער איז זי ארויף געקוקט ביזן הימל און זי איז דארט פארגעטערט פאר קיין שום סיבה.
Hammasini ko'rsatish...
טראמפ אין א פייערדיגע גוסטע: טראמפ האט זיך אין דער לעצטע עטליכע טעג געפינען אין א היפש אייפערדיגע גוסטע ווי ער האט געשמיסן מיט טוויט'ס קעגן זיינע פיינט און די עקסטרעם לינקע ליבעראלע אלעמענטן אין דעם דעמעקראטישער לאגער. טראמפ האט נעכטן ארויס געשיקט א טוויט ווי ער זאגט פאר די פיר פרישע קאנגרעספרויען אז זיי קענען זיך גיין צוריק צו די לענדער פון וואו זיי שטאמען און דארט מאכן סדר, זיי זאלן אזוי גוט זיין און אויפהערן צו ארינטעררייסן די פאראייניגטע שטאטן. צופעליג זענען די אלע וואס זענען פארנימען צו קריטעקירן און פארשווארצן דעם פנים פון די פארייניגטע שטאטן פון מינאריטעט גרופע'ס און מער האט נישט אויסגעפעלט אז די דעמעקראטן זאלן גיין ווילד, זיי האבן זיך ארויס געלאזט צו שטויסן און פארפירן קעגן דעם פרעזידענט און די גאנצע ריפאבליקאנער פארטיי...
Hammasini ko'rsatish...
ראס פיראט טויט: דער ביליאנער ''ראס פיראט'' איז היינט געשטארבן אין עלטער פון 89. פיראט איז געווען א גרויסע ביליאנער וואס 5איז שפעטער אריין אין פאליטיק'ס און ווערט באשילדיגט צו געבן דאס ווייסע הויז פאר ביל קלינטאן, דערנאך וואס ער איז געלאפן אלץ א דריטע פארטיי קאנדידאט, און האט אנגעצויגן נאנט צו צוואנציג פראצענט און דערמיט געגעבן דאס פרעזידענטשאפט פאר ביל קלינטאן, ער האט אריין געגאסן אסאך געלט און פילע וואוילטעטיגע צוועקן און ער וועט געדענקט ווערן פאר זיינע גוטע אויפטוען. אבער ביי די ריפאבליקאנער האט ער א שטיקל פלעק צוליב דעם אויבערדערמאנטער זיג וואס איז קלאר אז זיין קאנדידאטור האט דאס צו געברענגט
Hammasini ko'rsatish...
דער ערשטער צו גיין: עריק סוואלוועל, איז געווערן דער ערשטער קאנדידאט פון דעם ריזיגער פעלד צו ארויס גיין פון דעם געלויף, דערנאך וואס ער זעט אז זיינע שאנסן זענען גאר קליינע
Hammasini ko'rsatish...
היינטיגע דיבאטע: היינט נאכט גייט פארקומען דער צווייטע דיבאטע וואו ס'גייען זיין אויפן פלאטפארמע די צוויי לייבן אין דער דעמעקראטישע וועלט, דזשאו ביידען, און בערני סענדערס, וועלן זיך ארום רייסן ביי די קעפ, ס'איז ערווארטעט אז היינט נאכט אנדערש פון נעכטן וועלן די שפיזן זיין געריכטעט צו טראמפ.
Hammasini ko'rsatish...
דיבאטע: נעכטן נאכט איז פארגעקומען דער ערשטער דעמעקראטישער דיבאטע וואו ס'האבן זיך פארמאסטן 10 פון די 23 קאנדידאטן. ס'איז געווען היפש לאנגווייליג צו מיטהאלטן, און ווי דער פרעזידענט האט ארויס געשיקט א טוויט אינדערמיט פון די דיבאטע ''ליינגווייליג'' האט זיך זיין מעסידזש געליינט. בעת וואס מ'האט אנגעהויבן דעם צווייטער שעה פון דעם דיבאטע, האט זיך געמאכט א פראבלעם מיט די מייק סיסטעם, און ס'איז געווען היפשע געלעכטער דערפין, פרעזידענט טראמפ האט היינט אינדערפרי ארויס געשיקט א טוויט וואו ער מאכט שפאס פון דעם פלאפ...
Hammasini ko'rsatish...
ער איז אן אינטערנאציאנאלער העלד...
Hammasini ko'rsatish...
בילדער פון יאר 1902 אויף דעם סאנט הילינע אינזל, אויפן אנטלאנטיק
Hammasini ko'rsatish...
Boshqa reja tanlang

Joriy rejangiz faqat 5 ta kanal uchun analitika imkoniyatini beradi. Ko'proq olish uchun, iltimos, boshqa reja tanlang.